מוזיקוועלט — MusicVelt

מיט געציילטע שעות צו ראש השנה:

יודי מאשקאוויטש מיט א קאווער אויף "וידע"

מוזיקוועלט רעדאקציע · 9 Sept 2026, 19:13

יודי מאשקאוויטש מיט א קאווער אויף "וידע"

Yiddy Moskowitz - Veyeida | Mp3

דער הארציגער זינגער יודי מאשקאוויטש טוט אן ווארימען די הערצער פארן יום הדין מיט א פרישן קאווער אויפן נייעם היט "וידע" פין רבי הערשל ראזענבערג

מיר האלטן שוין אינגאנצן ביים סוף פונעם יאר, די לעצטע טעג פון חודש אלול לויפן אויס, און מיר גרייטן זיך שוין צו מקבל פנים צו זיין דעם נייעם יאר הבעל"ט, פונקט אין די געהויבענע צייט, קומט דער באקאנטער בעל מנגן מיט זיין ווארעמע נשמה, יודי מאשקאוויטש, ארויס מיט א פרישן, קנאקעדיגן קאבר און לייגט אראפ אן אייגענעם ווארעמען טעם אויפן באקאנטן ניגון "וידע".

דער דאזיגער ניגון איז קאמפאזירט געווארן דורך דעם בארימטן מלחין בחסד עליון ר' הערשל ראזענבערג, און איז נארוואס ארגינעל געזונגען געווארן מיט א געוואלדיגן טעם דורך זיין באליבטע זון, דער באקאנטער בעל מנגן *הידי*, אויפן נייעם אלבום "ישראל הוא" וואס איז פריש ארויסגעקומען מיט קוים א חודש צוויי צוריק און האט שוין באוויזן איינצונעמען די וועלט.

יעצט, שטייענדיג בלויז א טריט אוועק איידער מיר וועלן שטיין דערווארומט אינעם גרויסן ראש השנה'דיגן קאפל און אויסשרייען די הייליגע ווערטער ביי די תפילות – ווערטער וואס ברענגען ארויס אונזער אמת'ע אמונה און די קלארקייט אז יעדער באשעפעניש וועט נאך אנערקענען דעם באשעפער און יעדער איד וועט אויסשרייען "כל אשר נשמה באפו יאמר ה' אלקי ישראל מלך" – נעמט יודי דעם פרישן היט און לייגט אריין זיין גאנצע הארץ און נשמה. דער ניגון שלעפט מיט דעם צוהערער טיפ אריין אינעם אמת'ן, ווארעמען גוסט פונעם קומענדיגן יום הקדוש.

Share